איך קען זיך קוים דערוואַרטן אויף דער קאָנפֿערענץ וועגן #ייִדיש אין נאָך-מלחמהדיקער אַמעריקע, לזכר ד"ר מרדכי שעכטער צו זײַן 15טן יאָרצײַט. ד"ר שעכטער, און זײַנע יורשים, זײַנען מיר ביז גאָר וויכטיק סײַ אינטעלעטועל סײַ קולטורעל. און איך בין זייער צופֿרידן צו זען ווי מע וועט מעיין זײַן אויך אין דער חסידישער שפּראַך און קולטור.
איך וועל געבן אַ שמועס וועגן דער גרויסער פּאָעמע "אַמעריקע און איך" פֿון אַהרון גלאַנץ-לעיעלעס און ווי אַזוי ער האָט פֿאַרשטאַנען די ראָלע פֿון דער פּאָעזיע.